ייִדיש
דער פֿאַרבאַנד „געזעלשאַפֿט פֿאַר ייִדיש אין שטאָקהאָלם” און דער פֿאַרבאַנד „ייִדישע קולטור אין שוועדן” פּרעזענטירן „מיר רעדן ייִדיש”. דאָס איז אַ סעריע אויף ייִדיש מיט באַטייליקטערס פֿון .דער שוועדישער און דער אינטערנאַציאָנאַלער קולטורעלער סבֿיבֿה.
ווידעאָ: שוועדישע ייִדישיסטן קומען קיין ניו־יאָרק צו פֿאַרזוכן אַן עכטן בייגל
פֿון פֿאָרווערטס־רעדאַקציע
דעם 10טן מאַרץ 2026

די וואָך איז אַרויסגעלאָזט געוואָרן אַ לעבעדיקער ווידעאָ אויף ייִדיש (און אַ ביסל שוועדיש), מיטן באַקאַנטן שוועדישן ייִדיש־לערער און טעלעוויזיע־פֿיגור טאָמאַס וווּדסקי. אינעם ווידעאָ, „שלום־עליכם, ניו יאָרק!“, זעט מען ווי וווּדסקי און זײַן ייִדיש־תּלמידה, מרים, קומען אָן אין ניו־יאָרקער פֿליפֿעלד און פֿאָרן אין דער איסט סײַד צו פֿאַרזוכן „די בעסטע ביאַליס אין דער וועלט“ און היימישע קנישעס, און דערנאָך קיין ברוקלין צו פֿאַרזוכן אַן עכטן ניו־יאָרקער בייגל מיט לאַקס.
אויפֿן וועג באַקענען זיי זיך מיט דרײַ ייִדיש־רעדער — אַ טאַקסי־שאָפֿער; אַ יונגן בעקער, אייווערי ראָבינסאָן, וואָס דינט ווי זייער וועגווײַזער אין דער רײַזע, און אַ פּראָפֿעסיאָנעלן לאַקס־שנײַדער. בשעת־מעשׂה לערנט טאָמאַס מרימין אויס עטלעכע ייִדישע אויסדרוקן און גיט איר קורצע גראַמאַטיק־לעקציעס. דער צוקוקער קען אויך צוגעבן
ייִדישע אָדער שוועדישע אונטערקעפּלעך.
כּדי צו זען דעם ווידעאָ, גיט אַ קוועטש דאָ.
ווידעאָ: אַ שוועדישער ייִד לייענט פֿאָר וואָס זײַן טאַטע האָט מיט יאָרן צוריק געשריבן אין אַ העפֿטל.

ניט לאַנג נאָך זײַן טאַטנס טויט, האָט בען אויערבאַך, אַ ייִד אין שטאָקהאָלם אַנטדעקט בײַ זיך אין שטוב אַ העפֿטל זכרונות, געשריבן מיט דער האַנט, וואָס זײַן טאַטע, אלי איזער אויערבאַך, האָט געשריבן וועגן זײַנע איבערלעבונגען בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה – קודם אין ליפּנע, פּוילן, וווּ ער איז אויפֿגעוואַקסן, און דערנאָך אין פֿאַרשידענע טיילן פֿון פּוילן און פֿינלאַנד. אין נאָוועמבער 2020 איז אין שטאָקהאָלם פֿאָרגעקומען אַן אָוונט, אין וועלכער בען אויערבאַך האָט פֿאָרגעלייענט טיילן פֿון זײַן טאַטנס זכרונות אויף מאַמע־לשון, און זײַן טאָכטער דניאלה – אויף שוועדיש. לייף פֿריילעך האָט ספּעציעל פֿאַרן פֿאָרווערטס צוגעגרייט אַ ווידעאָ דערפֿון.
לייענט פֿאָר אינעם ווידעאָ איז אַ צונויפֿפּאָרונג פֿון צוויי מקורים: צו די זכרונות וואָס ער האָט געפֿונען, האָט ער צוגעגעבן אויסצוגן פֿון בריוו וואָס זײַן טאַטע האָט באַלד נאָך דער מלחמה געשיקט זײַנע לאַנדסלײַט אין ישׂראל. די כראָניק הייבט זיך אָן מיט אלי איזער אויערבאַכס רײַזע אויף אַ ביציקל קיין לובלין אין סעפּטעמבער 1939 בשעת דער דײַטשישער באָמבאַרדירונג, און ענדיקט זיך מיט דעם ווי אַזוי ער האָט זיך אין 1944 פֿאַרשטעלט פֿאַר אַ פּאָליאַק און איז פֿאַרשיקט געוואָרן דורך די דײַטשן קיין פֿינלאַנד, פֿון וואַנען ער האָט געגנבֿט די גרענעץ און זיך אָפּגעגעבן צו דער .שוועדישער פּאָליציי. די בריוו, וואָס אלי איזער אויערבאַך האָט געשיקט זײַנע לאַנדסלײַט זענען שפּעטער פֿאַרעפֿטנלעכט געוואָרן אינעם יזכּור־בוך „ספֿר ליפּנא”. זײ גיבן איבער וועגן דעם אומקום פֿון די ייִדן אין ליפּנע, פּוילן; צווישן זיי – אויערבאַכס פֿרוי רייזל־לאה, זײַן טאָכטער מרים און זײַן זון נחמיה.
Author פֿאָרווערטס־רעדאַקציע
